"The Clever Little Tailor" Book Release Party שׂימחה לכּבֿוד דעם אַרויסקום פֿון ”דאָס קלוגע שנײַדערל

Celebrate the release of Yugntruf/Kinder-Loshn Publications’ first title, Solomon Simon’s “The Clever Little Tailor” at our online book launch with translator David Forman, actor and singer Mikhl Yashinsky and singer Adah Hetko. Featuring readings in Yiddish and English, songs inspired by the novel and films about the author and illustrator.
זײַט זיך משׂמח מיט אונדז אויף אַן אָנלײַן־שׂימחה לכּבֿוד דעם ערשטן ביכל פֿון יוגנטרוף/פֿאַרלאַג־קינדער־לשון, שלמה סײַמאָנס ”דאָס קלוגע שנײַדערל“. עס וועלן אויפֿטרעטן דער איבערזעצער דוד פֿאָרמאַן, דער אַקטיאָר און זינגער מיכל יאַשינסקי און די זינגערין עדה העטקאָ. מע וועט פֿאָרלייענען פֿונעם ביכל אויף ייִדיש און אויף ענגליש, אויפֿפֿירן לידער אינספּירירט פֿונעם ראָמאַן און ווײַזן קורצע פֿילמען וועגן דעם מחבר און אילוסטראַטאָר. די פּראָגראַם װעט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 14טן נאָוועמבער, 4:00 נאָך מיטאָג אויפֿן ניו־יאָרקער זייגער. (זי וועט מערסטנס זײַן אויף ענגליש אָבער מע וועט אין גיכן מאַכן נאָך אַ שׂימחה בלויז אויף מאַמע־לשון).